קווינס – אלע ניו יארקער קאנגרעסלייט, רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, האבן געשיקט א בריוו צו סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, צו פארלאנגען די באלדיגע דעפארטאציע פון א נאצי וועלכער וואוינט שטילערהייט אין קווינס. די רעדע איז פון דזשאקיוו פאלידזש, א 92 יעריגער וועלכער איז געבוירן אין פוילן און אין יאר 04' האט ער פארלוירן זיין אמעריקאנער בירגערשאפט אין פארבינדונג מיט זיין ראלע ביי דער קריג, ווען ער האט געדינט אלס א וועכטער אינעם טראווניקי קאנצענטראציע לאגער אין נאצי-אקופירטע פוילן. א דעפארטאציע פארארדענונג וואס איז ארויסגעגעבן געווארן אין 04' קעגן אים, איז למעשה אפגעשטעלט געווארן וויבאלד די דריי לענדער וועלכע זענען געווארן באטראכט אלס לעגאל אים צו פארשיקן אהין – דייטשלאנד, פוילן און אוקראינע – האבן אים נישט געוואלט אקצעפטירן. ער וואוינט שוין יארן רואיג אין קווינס, וואס די קאנגרעסלייט זאגן אז עס איז אומדערהערט און מען מוז אים זאפארט דעפארטירן.

בילד: קאנגרעסלייט ווילן דעפארטירן קווינסער נאצי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל