מאדריד – א רוסישער העקער וועלכער איז ארעסטירט געווארן אין שפאניע, וועט אויסגעליפערט ווערן קיין אמעריקע, נאכדעם וואס אן ארטיגע געריכט האט עס באשטעטיגט. פיטער לעוואשאוו איז ארעסטירט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק אין מאדריד, אויף אן ארעסט באפעל וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט געהאט ארויסגעשטעלט, און יעצט וויל אמעריקע אז שפאניע זאל אים אויסליפערן קיין אמעריקע פאר א פראצעס איבער העקערייען. אויפטרעטנדיג אין געריכט, האט ער געזאגט אז ער האט געארבעט פאר'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין. לעוואשאוו האט געזאגט אין געריכט אז אויב ווערט ער אויסגעליפערט קיין אמעריקע, וועלן אים אמעריקאנער אויספארשער פייניגן און טשעפען, און וועגן דעם וויל ער אז דאס געריכט זאל בלאקירן זיין אויסליפערונג, אבער דאס געריכט האט איגנארירט זיינע ביטעס און באשטעטיגט זיין אויסליפערונג.

בילד: שפאניע וועט אויסליפערן רוסישן העקער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל