מיאנמאר – רוהינגא מוסולמענער, וועלכע זענען אנטלאפן פון מיאנמאר אין די לעצטע פאר וואכן, זאגן אז זיי זענען נישט זיכער אז די מיאנמארער רעגירונג וועט זיי טאקע אריינלאזן אומגעשטערט צוריק צו זייערע שטעט און היימען. די סיטואציע מיט די רוהינגא מוסולמענער אין מיאנמאר, וואו זיי ווערן באטראכט אלס א מינאריטעט און ווערן שטארק אונטערדרוקט, האט זיך אויפגעקאכט פריש עטליכע וואכן צוריק נאכדעם וואס דאס מיאנמאר מיליטער האט אונטערגענומען א פרישע רציחה און ברוטאליטעט קאמפיין קעגן די רוהינגאס, וואס האט געפירט אז ארום א האלב מיליאן רוהינגאס זענען אין בלויז די לעצטע פאר וואכן אנטלאפן קיין בענגלאדעש און אנדערע ארומיגע לענדער. די מיאנמאר רעגירונג זאגט אז זיי וועלן בכלל נישט באשטראפן אנטלאפענע רוהינגאס און זיי קענען רואיג צוריק אריינקומען, אבער די רוהינגאס קויפן עס נישט אפ.

בילד: רוהינגאס געטרויען נישט מיאנמאר רעגירונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל