מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן שארף פארדאמט דאס וואס אמעריקאנער רעגירונג באאמטע "האבן זיך איינגעבראכן" אין די פריוואטע וואוינערטער פון רוסישע דיפלאמאטן אינעם רוסישן קאנסולאט אין סאן פראנציסקא. דער קאנסולאט איז אויסגעליידיגט געווארן פון די רוסישע דיפלאמאטן מיט עטליכע וואכן צוריק, אלס טייל פון אמעריקע'ס נקמה פאר רוסלאנד'ס ארויסווארפן זיבן הונדערט דיפלאמאטן פון מאסקווע, און יעצט זאגט די רוסישע רעגירונג אז אמעריקאנער שפיאנען האבן זיך אומלעגאל איינגעבראכן אין די דירות פון די רוסישע דיפלאמאטן אינעם ליידיגן קאנסולאט. די פרישע שארפע ווערטער פון דער רוסישער רעגירונג, איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס אמעריקע'ס נייער אמבאסאדאר, דזשאן האנטסמאן, האט געלאנדעט אין מאסקווע און זיך געטראפן מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וועלכער האט אויסגעדרוקט האפענונג צו האבן א גוטע צוזאמארבעט מיט האנטסמאן.

בילד: רוסלאנד ברויזט איבער קאנסולאט אונטערזוכונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל