לאס וועגאס – מ'שטייט שוין מער ווי 48 שטונדן נאך דער ברוטאלער שיסעריי אטאקע וואס האט פאסירט אין לאס וועגאס, וואו 59 זענען אומגעקומען און העכער 500 זענען פארוואונדעט געווארן, און דערווייל ווייסט מען נאך אלץ נישט דאס מינדעסטע איבער די מעגליכע מאטיוון וואס האבן געברענגט דעם פארשוין סטיווען פּעדאק דורכצופירן די שיסעריי.

פעדאק איז געווען א סוקסעספולער ביזנעסמאן און האט אפילו פארמאגט עטליכע הייזער. לויט אינפארמאציע וואס די פאליציי און פעדעראלע אויספארשער האבן נעכטן פארעפנטליכט, האט ער אין די לעצטע מאנאטן אסאך פארברענגט אין די קאסינא ערטער און האט געשפענדעט גרויסע געלטער, וואס דעריבער איז מעגליך אז ער איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע און דאס האט אים געפירט דערצו.

דער שאק פון דער שיסעריי האט נאכנישט אויסגעוועפט, און איבער'ן טאג האט מען נעכטן געהערט העראאישע געשיכטעס פון מיליטערישע וועטעראנען און סתם בירגער וועלכע האבן זיך איינגעשטעלט דאס לעבן צו ראטעווען פארוואונדעטע ביי דער שיסערייי סצענע, און באזונדער האבן דעמאקראטישע פאליטישאנס ווייטער אנגעהאלטן זייער קאמפיין אז קאנגרעס מוז עפעס טאן איינצוצוימען גאן פארקויפונגען אין לאנד.

בילד: מיסטעריע איבער מאטיוון ארום ערגסטער שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל