אין א לאנג ערווארטעטע רעדע האט דער פרעזידענט צום ערשטן מאל גענומען קאנגרעטע שריט אויף א קאמפיין צוזאג וואס האט פארשפראכן צו אנולירן דעם אפמאך וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט אויסגעהאמערט מיט איראן. דער פרעזידענט טוט שוין א לענגערע צייט אויסדרוקן זיין אומצופרידנהייט מיט׳ן אפמאך און האט סיגנאליזירט אז ער איז גרייט צו צוריקשטעלן די סאנקציעס אזוי ווי בעפאר און מעגליך נוצן מיליטערישע מאכט צו אפהאלטן איראן פון קריגן א נוקלעארע וואפן.

די רעדע איז געקומען דעם פרייטאג, און ער האט אין די רעדע ארויסגעלייגט א רייע פראבלעמען מיט׳ן אפמאך, אז עס צילט נישט די מיסיל פראגראם און איראן׳ס טעראר אקטיוויטעטן, און אזוי אויך איז עס גאר שוואך אינפארסירט וויבאלד איראן ערלויבט נישט קיין אונטערזוכונגען אין מיליטערישע איינריכטונגען.

די לעגאלע שריט וואס ער וועט נעמען איז דורך נישט באשטעטיגן דעם אפמאך וואס דארף ווערן אונטערגעשריבן יעדע 90 טעג דורכ׳ן פרעזידענט, און אזוי ארום וועט די סאנקציעס באנייעט ווערן ביז קאנגרעס קומט אויף מיט א אלטערנאטיוו. פון איבער די וועלט האט מען געהערט שארפע רעאקציעס צום פרעזידענט׳ס שריט, און דיפלאמאטן איבער די וועלט אלאמירן אז דאס טוט שטארקן די עקסטרעמיסטן אין איראן און דאס טוט נישט העלפן פארמיידן איראן פון גרייכן א נוקלערארע וואפן נאר דאס פארקערטע.

מען האט אויך געהערט פון קוועלער אינערהאלב די סטעיט דעפארטמענט אז מען ערווארטעט אז אויב קאנגרעס וועט נישט נעמען קיין קאנקרעטע שריט וועט דער פרעזידענט צום סוף זיך בייגן צו בלויז א סימבאלישע טויש אינעם אפמאך און ווייטער גיין דערמיט. דער סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן האט אויך קלאר געמאכט אז ווילאנג קאנגרעס קומט נישט אויף מיט אן אלטערנאטיוו איז אמעריקע פארמאל אנגעשלאסן און פארפליכטעט צום אפמאך.

בילד: פרעזידענט טראמפ באאויפטראגט קאנגרעס צו פארריכטן נוקלעארע אפמאך מיט איראן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל