אין די פרעסע זענען ערשינען באריכטן אז דער סעקערטערי אף סטעיט זאל האבן געזאגט אויפ׳ן פרעזידענט נאכ׳ן זיך באטייליגן ביי א זיצונג פון די נאצינאנאלע זיכערהייטס קאנסיל אז ער איז א ״טאטאלער שוטה״ און די באריכט האט אנגעגעבן אז ער קלערט פון רעזיגנירן, דער סעקערטערי האט אפגעווארפן אז ער פלאנט צו רעזיגנירן, אבער האט נישט קלאר געלייקנט אז ער האט אראפגעריסן דעם פרעזידענט. א זאך וואס שמעקט נישט פאר׳ן פרעזידענט, און באריכטן זאגן אז ער טוט ברויזן גאר שטארק אויף טילערסאן.

אזוי אויך צייגט טילערסאן שטארקע זעלבסשטענדיגקייט ווען עס קומט צו האנדלן מיט נארט קארעא און טוט עפנטליך נעמען א אנדערע שטעלונג ווי דער פרעזידענט, און טראץ וואס דער פרעזידענט טוט נאכאנאנד ווידערהאלטן אז דיפלאמאטיע האט נישט קיין שאנס צו ארבייטן, טוט טילערסאן ארבייטן איבערמידליך צו טרעפן א וועג צו זיך צונויפרעדן מיט די דארטיגע רעזשים און טרעפן א דיפלאמאטישע לעזונג צום קריזיס, ער האט געזאגט אז ער איז אנטשלאסן צו אנהאלטן זיינע דיפלאמאטישע באמיאונגען ביז די ערשטע באמבע פאלט.

בילד: עפנטליכע קאלטקייט צווישן טראמפ און סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל