א ליינער האט געלאזט א מעסעדזש איבער די מעשה וואס איך האב דערציילט אין די פאריגע ארטיקל מיט די באנאנעס, וואס סעמועל זעמורי פלעגט פארקויפן ביי עליס איילענד ווען די נייע אימיגראנטן זענען אנגעקומען. אז ווען זייער זיידע איז אנגעקומען קיין אמעריקע האבן זיי טאקע באקומען א באנאנע ביי די שיף, און זיי האבן גענומען די באנאנע, געמאכט א בורא פרי האדמה און אריינגעביסן, אבער קיינער האט זיי נישט דערציילט אז מען דארף אראפנעמען די שאלעכטס פון די באנאנע איידער מען בייסט אריין אין דעם...

פארשטייט זיך אז עס האט געהאט יענע טעם, און מער האבן זיי אין זייער לעבן נישט געוואלט אריינעמען א באנאנע אין מויל... אין די שפעטערע יארן האבן די קינדער זיי פרובירט צו איבערצייגן עס צו קאסטן, זיי האבן געזאגט אז ס'איז זייער גוט, אבער וויבאלד די ערשטע באנאנע וואס זיי האבן גענומען אין מויל האט געלאזט אויף זיי א נעגאטיווע זכרון האבן זיי עס מער קיינמאל נישט געוואלט קויפן.

האט דער אריינרופער געזאגט אז מען נעמט ארויס א וויכטיגע נקודה וואס איז כדי צו מאכן אן עקסטער טיפ פון דעם, אז ווען מען גיבט עפעס פאר א קאסטומער דארף מען קלאר זאגן וואס ער באקומט און וויאזוי מען נוצט עס, כדי ער זאל קענען ארויסנעמען פון די פראדוקט\סערוויס די מערסטע נוצן.

א מענטש דארף מחנך זיין זיינע קליענטן וויאזוי צו הנאה האבן די מערסטע פון זיין פראדוקט\סערוויס פאר די בעסטע רעזולטאטן.

נישט בלויז געבן, וואס מער א מענטש איז מחנך זיין קליענט, און וואס מער ער קען הנאה האבן פון זיין פראדוקט אדער סערוויס איז בעסער.

בילד: זענען די באנאנעס טאקע געווען אזוי גוט?!...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל