עסטרייך איז די לעצטע אייראפעישע לאנד צו ווערן עפעקטירט די כוואליע פון נאציאנאליזם און פאפוליזם וואס פארשוועמט פילע לענדער אין אייראפע, אין ליכט פון די שווערע אימיגראציע קריזיס וואס פלאגט מערב אייראפע. נעכטן זונטאג נאכט האט די צענטער רעכטע און קאנסערוואטיווע ״פאלקס פארטיי״ אפגעצייכנט א שטארקע זיג, ארויסקומענדיג די גרעסטע פארטיי און איר יונגער פירער סאבאסטיען קורץ וועט ווארשיינליך נאמינירט ווערן אלס קאנצלער. קורץ איז בלויז 31 יאר אלט, און האט געדינט ביז היינט אלס עסטרייך׳ס אויסערן מיניסטער, אצינד וועט ער ערזעצט דעם אמטירנדן קאנצלער קריסטיאן קערן און און וועט זיין דער יונגסטער וועלט פירער.
די עקסטרעם רעכטע ״פרייהייט פארטיי״ האט אויך שטארק אנגעצויגן, און ווי עס שיינט וועט קורץ זיי ארייננעמען אין די רעגירונג און פארעמען מיט זיי א קאאליציע, די פרייהייט פארטיי איז א אפענע ראסיסטישע פארטיי און איר גרינדער איז געווען א געוועזענער נאצי, אבער די יעצטיג פאליטישע קלימאט אין עסטרייך טוט שענקן לעגיטימאציע פאר עסטרעמע פארטייען, און אויך קורץ האט קאמפיינט אויף א אנטי-אימיגראציע פלאטפארמע.

הוסף רשומת תגובה