די סיטואציע צווישן די קורדן און אראבער אין איראק האט זיך פארארגערט ווען איראקער קרעפטן זענען אריין אין די אירקער שטאט קירקוק וועלע פארמאגט א מערהייט פון קורדן און געפונט זיך אין די גרעניצן וועלכע די קורדן באטראכטן אלס די צוקונפטיגע קורדיסטאן, און עס ווערט קאנטראלירט דורך די קורדישע זיכערהייטס קרעפטן. די איראקער זענען אנטשלאסן צו אפהאלטן די זעלבסטשענדיגקייט פון קורדיסטאן, און דעריבער האבן זיי געשיקט די טרופן צו די אויל רייכע שטאט צו פארזיכערן אז די צענטראלע רעגירונג אין באגדאד טוט קאנטראלירן די אויל ליפערונגען ארויס פונעם ראיאן. די ארטיגע קורדישע זיכרעהייט קרעפטן זאגן אז די איראקער קרעפטן זענען באגלייט געווארן מיט איראנער מיליציעס און האבן אין באזיץ זאפאסן פון אמעריקאנער וואפן וואס זיי צילן קעגן די פאשמארגא קורדישע זעלנער.

די קורדן זענען אין קאנטראל פון קירקוק זינט זיי האבן עס באפרייט פון די אייסיס טעראר גרופע וואס האט דארט געהערשט זינט 2014, דערווייל איז נאכנישט געווען קיין ערנסטע צוזאמענשטויסן און די קורדן האבן געזאגט אז זיי זוכן נישט קיין קאנפראנטאציע אבער אויב וועלן די איראקער קרעפטן אינציאטירן א צוזאמענשטויס זענען זיי גרייט זיי צו באקעפמן און פארטרייבן פון קירקוק. פון איבער די וועלט האט מען געהערט שטארקע זארג אז דאס קען זיך אנטוויקלן אין א פרישע עטנישע בלוט באד אינעם מיטל מזרח און פארשידענע וועלט לענדער - אריינגערעכנט אמעריקע - האבן אפעלירט צו ביידע זייטן צו זיך צוריקהאלטן פון קאמפ.

בילד: אנגעצויגנקייט שטייגט ווען איראקער טרופן אינוואדירן קורדישער שטאט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל