א מאסיווע באמבע וועלכע האט אויפגעריסן אין צענטער פון די שטאט מאגאדישא, די הויפטשטאט פון סאמאליע האט אומגעברענגט איבער 230 און פארוואונדעט אמווייניגסטנס 300, די אטאקע האט פאסירט דעם שבת ביינאכט ווען א טעראריסט האט אריינגעפירט א לאסט-אויטא מיט הונדערטער קילא פון אויפרייס מאטריאל פארנט פון א ווירבלנדע האטעל געביידע, די האטעל געביידע איז גענצליך איינגעפאלן און באגראבן אונטער זיך הונדערטער, און ביז נעכטן נאכט האט די וועלט נישט געוויסט איבער די טויטליכקייט פון די אטאקע וואס האט אויפגעשוידערט דאס טעראר געפלאגטע לאנד. דערווייל האט קיין שום גרופע נישט גענומען פאראנטווארטליכקייט אבער מען גלייבט אז עס איז די ארבייט פון די ברוטאלע טעראר גרופע אל-שאבאב, וואס האט שוין דורכגעפירט א רייע גאר טויטליכע אטאקעס אין לאנד.

בילד: מאכטפולע טעראר אטאקע אין סאמאליע לאזט איבער 240 טויטע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל