40 זענען שוין באשטעטיגט געווארן טויט, נאך צענדליגע פעלן, פילע טויזנטער הייזער זענען גענצליך פארברענט און ארום 100,000 מענטשן זענען עוועקיואירט געווארן צוליב די העלישע וואלדפייערן וואס האבן ארומגענומען סאדאנע קאונטי אין קאליפארניע, און האט רואינירט פילע שטעט. נאך א וואך וואס די פייערן בודשעווען גאר ברוטאל, האבן די אויטאריטעטן געזאגט נעכטן אז זיי האבן באוויזן צו איבערנעמען טיילווייזע קאנטראל אויף די פייער און ארום 25,000 מענטשן זענען ערלויבט געווארן זיך צו אומקערן צו זייערע היימען, און זיי גלייבן אז אין די קומענדיגע טעג וועלן זיי האבן פולשטענדיגע קאנטראל אויף די פייערן. דערווייל ווערט געשאצט אז ארום 5,600 געביידעס זענען גענצליך פארברענט אויסער די הונדערטער טויזנטער אקערלאנד פון וואלד, וויין גערטנער און פלאנצן. אריינגערעכנט שאדנס אויך פאר א כשר׳ער אידישער וויין פראדוצירער. אלעס אינאיינעם ווערט געשאצט אז עס זענען פארברענגט געווארן ארום 230,000 אקער לאנד.

בילד: ״טויטליכסטע וואלד פייער״ אין אמעריקאנער געשיכטע אונטער קאנטראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל