בערלין – א פארשוין אין דייטשלאנד איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, נאכדעם וואס ער האט געלאזט רינען זיינע וואסער קראנען און זיין וואַנע פאר אמווייניגסטנס א יאר צייט. דער פארשוין ווערט באטראכט אלס גייסטיש אומגעזונט, און בערך א יאר צוריק, האט ער אנגעצונדן די קראנען און וואנע אין זיין וואוינונג, און זיי געלאזט רינען אהן אויפהער, שאפנדיג שווערע שאדנס פאר דער גאנצער געביידע, וואס איז מעגליך סטרוקטורעל אפגעשוואכט געווארן. אלעס אינאיינעם ווערט געשאצט אז ער האט פארנוצט צוויי מיליאן גאלאן וואסער, און ער ווערט אונטערגעזוכט אין א שפיטאל פאר גייסטישע קרענק.

בילד:געלאזט רינען דעם קראן פאר א יאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל