וואשינגטאן – די גרעסטע אמעריקאנער ביזנעס לאבי גרופע האט ארויסגעגעבן א ווארענונג אז אמעריקאנער ביזנעסער און פירמעס זאלן זיך גרייטן אויף דער מעגליכקייט, אז דער נאפטא האנדלס אפמאך וועט בטל ווערן. די טראמפ אדמיניסטראציע האלט אינמיטן געשפרעכן מיט קאנאדע און מעקסיקא, איבערצומאכן דעם דיעל, אבער די מאכטפולע אמעריקאנער "טשעמבער אוו קאמערץ" זאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע שטעלט דירעקט ארויס לעכערליכע פארלאנגען פון קאנאדע און מעקסיקא, וועלנדיג סאבאטאזשירן דעם נאפטא אפמאך. מעקסיקא האט אויך פונדאסניי געווארנט, אז אויב טראמפ וועט ברענגען דערצו אז נאפטא זאל בטל ווערן, וועט דאס ברענגען אן ערנסטן ריס אין די באציאונגען צווישן אמעריקע און מעקסיקא, וואס אמעריקאנער ביזנעסער זענען גאר שטארק אנגעוויזן אויף מעקסיקא צו קענען אנגיין.

בילד: ביזנעסער באזארגט איבער נאפטא אפעקט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל