ניו יארק סיטי – איינס פון יעדע 4 ניו יארק סיטי רעגירונג איינגעשטעלטע האבן פאראיאר באקומען באצאלט העכער הונדערט טויזנט דאלטר, צו פארדאנקען גרויסע אווערטיים צאלונגען. די ציפערן קומען פון דער "אפּען דע בוקס" ארגאניזאציע, וועלכע ווערט אנגעפירט דורך עדעם אנדראווסקי, וואס ער זאגט אז די ניו יארק סיטי רעגירונג צאלט ארויס גרויסע אומקאנטראלירטע געלטער פאר רעגירונג איינגעשטעלטע, אויפ'ן חשבון פון די שטייערצאלער. פון די דריי הונדערט טויזנט פול-טיים סיטי רעגירונג איינגעשטעלטע, האבן ארום 37 טויזנט באקומען מער ווי הונדערט טויזנט דאלאר באצאלט, און אויב רעכנט מען אריין וויפיל ארבעטער עס האבן באקומען אווערטיים, שפרינגט דער ציפער צו 76 טויזנט ארבעטער. אנדראווסקי זאגט אז די סיטי דארף איבערמאכן אירע אווערטיים צאלונגען רעגולאציעס, אז רעגירונג איינגעשטעלטע זאלן נישט קענען אויסנוצן די רעגולאציעס אויף רייך צו ווערן אויפ'ן חשבון פון דער סיטי קאסע.
 בילד: אָפּען די בוקס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל