וואשינגטאן – די פעדעראלע פאסט אפיס האט אונטערגענומען א פראיעקט צו בויען פאסט טרעקלעך וואס וועלן זיך קענען דרייוון אליינס. די פאסט אפיס באאמטע ארבעטן אינאיינעם מיט עקספערטן אין אוניווערסיטעט אוו מישיגען, און זיי האפן שוין צו האבן אין באנוץ עטליכע פון די סארט פאסט טראקס אין יאר 025'. די ערשטע סעמפל וועט זיין פארטיג היי יאר דעצעמבער, און די פאסט אפיס באאמטע זאגן אז דער ציל דערפון איז צו דעליווערן פאסט אין פארשטופטע שוואך-באוואוינטע געגנטער, וואס אויב די טרעקלעך וועלן זיך אליינס דרייוון, וועט דאס שפארן אסאך געלט פאר דער רעגירונג, הגם מ'וועט נאך אלץ מוזן האבן אן איינגעשטעלטן אויף יעדן טרעקל, וועלכער זאל טאן די פאקטישע ארבעט פון אראפלאדענען די פאסט און עס אריינשטעלן אין די באשטימטע פאסט קעסטלעך.

בילד: פאסט אפיס וויל דרייווערלאזע טרעקלעך

לייענט די גאנצע פלאן, מיט דעטאלן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל