א תימנער אפשטאמיגער פארשוין וועלכער איז געשטעלט געווארן פאר א טעראר פראצעס אין דער מיליטערישער טורמע אין גואנטאנאמא בעי, וועט נישט באקומען קיין פרישן געריכט פראצעס אין אמעריקאנער ציווילער געריכט. אלי האמזא אל באלאל איז אין 08' פאראורטיילט געווארן אויף א סעריע טעראר קלאגעס, אריינגערעכנט דאס אז ער האט געדינט אלס נאענטער געהילף פונעם על קאידא פירער אסאמא בין לאדין.

ער איז געכאפט געווארן בלויז 3 חדשים נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, ווערנדיג ארעסטירט אין פאקיסטאן, און דערנאך אריבערגעפירט קיין גואנטאנאמא בעי, וואו ער איז פאראורטיילט געווארן. זיינע לאיערס האבן פרובירט צו באקעמפן זיין אורטייל דורכ'ן זאגן אז ער דארף צוקומען צו א ציווילן געריכט, אבער דער סופרים קאורט האט ענדגילטיג ארויסגעווארפן באלאל'ס פרואוון און באשטעטיגט אז זיין פראצעס אין גואנאטאנאמא בעי איז געווען א ריכטיגע.

Image result for supreme court guantanamo

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל