סאן כואן – פארטא ריקא גאווערנאר ריקארדא ראסעלא האט געמאלדן אז ער האט פארארדענט אן אויספארשונג צו דערגיין ווער עס האט פארנאכלעסיגט אין דיסטריביוטן טרינק וואסער לענגאויס פארטא ריקא אין די וואכן נאכ'ן שווערן האריקעין מאריא. גאווערנאר ראסעלא האט געמאלדן אז ס'איז שוין צוריקגעשטעלט געווארן געהעריגע וואסער סופליי פאר זעכציג פראצענט פון גאנץ פארטא ריקא, אבער עטליכע געגנטער האבן נאכנישט גארנישט קיין וואסער סופליי, און זיי זענען אנגעוויזן אויף די וואסער דיסטריביושען.

באריכטן צייגן אז געוויסע לאקאלע אויטאריטעטן לענגאויס פארטא ריקא, האבן פארנאכלעסיגט מיט'ן פארשפרייטן די וואסער פאר די איינוואוינער, און גאווערנאר ראסעלא זאגט אז זיין אויספארשונג וועט אויפדעקן ווער ס'איז דערין שולדיג, און ער האט פארשפראכן ערנסטע שטראפן און שריט קעגן די שולדיגע.

בילד: פארטא ריקא וועט אויספארשן הילף פארנאכלעסיגונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל