וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט אז פרעזידענט טראמפ האט געסטראשעט אפצושאפן דעם גאנצן פלאן פון די רעפובליקאנער דורכצופירן שטייער רעפארם, צוליב א קלייניגקייט. לויט'ן באריכט, האט טראמפ געברויזט אויף די רעפובליקאנער סענאטארן, פארוואס זיי זענען נישט מסכים צו נידערן די קארפארעיט שטייער ראטע צו 15 פראצענט, וואס ער האט געהאט פארשפראכן ביים קאמפיין אז ער וועט עס מאכן אזוי נידריג. די סענאטארן האבן אים געגעבן צו פארשטיין אז ס'מוז גיין ביז 20 פראצענט, ווייל אז נישט וועט עס מאכן גרויסע שאדנס פאר'ן פעדעראלן בודזשעט, אבער טראמפ האט זיך נאך אלץ נישט געוואלט לאזן, זאגנדיג אז ער וויל ס'זאל כאטש זיין 19.5 פראצענט, מיט א האלבן פראצענט ווייניגער ווי די רעפובליקאנער האבן פארגעשלאגן, זיך שלאגנדיג איבער א האלבן פראצענט. למעשה האט ער זיך געבראכן און מסכים געווען אויף א 20 פראצענט קארפארעיט שטייער ראטע. דערווייל זעט אבער נישט אויס ווי דער שטייער פלאן רוקט זיך פאראויס.

בילד: טראמפ געסטראשעט אפצושאפן שטייער רעפארם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל