וואשינגטאן – פרישע ציפערן צייגן אז דער טראמפ קאמפיין האט אויסגעגעבן 1.1 מיליאן דאלאר פאר לאיערס און אנדערע לעגאלע הילף אין די לעצטע דריי מאנאטן. די ציפערן פון די פעדעראלע עלעקשאן קאמיסיע צייגן אז אין די לעצטע דריי מאנאטן האט דער טראמפ קאמפיין אויפגעטריבן אזויפיל ווי 10.1 מיליאן דאלאר און האט אויסגעגעבן א סך הכל פון פיר מיליאן דאלאר, אין וועלכן ס'איז אריינגערעכנט די אויבנדערמאנטע געלטער פאר לאיערס. די הויכע קאסטן פאר לאיערס און אנדערע לעגאלע ראט, קומט אין א צייט וואס דער טראמפ קאמפיין ווערט גרונטליך אויסגעפארשט דורכ'ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, און אויך די סענאט און קאנגרעס קאמיטעען וועלכע פארשן די מעגליכקייט אז טראמפ קאמפיין באאמטע האבן קאאפערירט מיט רוסלאנד אין זייער פראפאגאנדע קאמפיין צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן.

בילד: טראמפ קאמפיין שפענדט געלטער פאר לאיערס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל