בוענאס איירעס – א ריכטער אין ארגענטינע האט געשיקט א סובפינע פאר די געוועזענע פרעזידענט, קריסטינע קירשנער, אז זי וועט מוזן קומען אויפטרעטן אין געריכט און אויסגעפארשט ווערן איבער דער באמבארדירונג אויפ'ן אידישן אמיא צענטער און דער טויט פונעם אידישן פראקוראר אלבערטא ניסמאן. עקספערטן באשולדיגן אז קירשנער האט אלס פרעזידענט געמאכט א דיעל מיט איראן, צו העלפן פארדעקן דעם פאקט אז די איראנער רעגירונג האט געשפילט א ראלע אין דער אמיא באמבארדירונג.

באזונדער ווערט פארדעכטיגט אז קירשנער ווייסט עפעס איבער דעם מיסטעריעזן טויט פונעם אידישן פראקוראר ניסמאן, וועלכער האט אויסגעפארשט קירשנער און די אמיא באמבארדירונג, וואס עקספערטן זאגן אז ניסמאן איז דערמארדעט געווארן, און נישט באגאנגען זעלבסטמארד. דער ריכטער האט פארארדענט קירשנער צו קומען אויפטרעטן אין געריכט, און אויסער דעם, 14 אנדערע פערזאנען פון איר געוועזענע רעגירונג.

בילד: סובפינע איבער מארד פון אידישן פראקוראר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל