אוקראינע – פאליציי אין אוקראינע מעלדן אז ס'איז זיי געלונגען צו ארעסטירן א גרופע יוגענטליכע וועלכע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס די שולדיגע אויפ'ן אידישן בית החיים אין דער שטאט סוואליעווע. דער וואנדאליזם האט פאסירט מיט א צוויי חדשים צוריק, ווען עטליכע מצבות זענען אומגעווארפן און צעבראכן געווארן דורך גוי'אישע וואנדאלן, ובפרט איז ליידער פארשוועכט געווארן די מצבה פון הגה"צ רבי שלום גאלדענבערג זצ"ל אבדק"ק סוואליווע ובעמח"ס דברי שלום.

סוואליווע איז געווען א גרויסע אידישע שטאט, וואו עס האבן געדינט אלס רב גדולי ישראל לדורותיהם, דאס מערסטע באקאנט איז הגה"ק רבי יצחק אייזיק ווייס זצ"ל אבדק"ק סוואליווע בעל בית יצחק, וועלכער איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלס ראב"ד אין מונקאטש.

די אויטאריטעטן זאגן אז אלעס אינאיינעם זענען צוואנציג מציבות וואנדאליזירט געווארן, און די יוגענטליכע ווערן געהאלטן אונטער ארעסט און וועלן אנגעקלאגט ווערן מיט הארבע וואנדאליזם קלאגעס.

בילד: ארעסטן איבער סוואליעווער ביה"ח וואנדאליזם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל