לאנדאן – בריטישע צייטונגען באריכטן, אז די בריטישע רעגירונג באטראכט אן אינטערעסאנטן פלאן, פון זיך אנצושליסן אינעם נאפטא האנדלס אפמאך מיט אמעריקע, קאנאדע און מעקסיקא. לויט די באריכטן, האבן די בריטישע רעגירונג מיניסטארן אנגעהויבן רעדן צווישן זיך אז אין פאל ענגלאנד און די אייראפעאישע פאראיין קענען נישט קומען צו אן אפמאך איבער וויאזוי עס וועט ארבעטן האנדל נאכדעם וואס דער ברעקזיט וועט זיין אין אפעקט, וועט ענגלאנד זיך ווענדן צו די נאפטא לענדער און בעטן זיך אנצושליסן.

דער נאפטא אפמאך איז אריגינעל צוזאמגעשטעלט געווארן אלס א האנדלס אפמאך צווישן די דריי לענדער אמעריקע, מעקסיקא און קאנאדע, וועלכע גרעניצן זיך איינער מיט'ן צווייטן און זענען אינעם זעלבן ראיאן, און דעריבער איז נישט קלאר צי די דריי לענדער וועלן מסכים זיין אריינצונעמען ענגלאנד, נאכדערצו אז די גאנצע נאפטא אפמאך איז יעצט אונטער פראגע-צייכן, מיט די אנגייענדיגע געשפרעכן צווישן די 3 מיטגליד-לענדער.

בילד: ענגלאנד קלערט פון נאפטא מיטגלידערשאפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל