מוגאדישו – נאענט צו 280 מענטשן זענען אומגעקומען פון טאפלטע אויפרייסן וועלכע האבן פאסירט ביי פארנומענע טיילן אין צענטער פון סאמאליע'ס הויפטשטאט מוגאדישו, וואס איז געווען די טויטליכסטע אטאקע זינט איסלאמישע טעראריסטן האבן אנגעהויבן בושעווען קעגן דער סאמאליער רעגירונג אין יאר 07'. די טאפלטע אויפרייסן האבן פאסירט, איינס פארנט פון א האטעל אין א געגנט וואו עס געפינען זיך פאפולערע טוריסטן ערטער, רעסטוראנטן און רעגירונג אפיסעס, און צוויי שעה שפעטער האט א צווייטע באמבע פאסירט אינעם מאדינא דיסטריקט אין מוגאדישו, נישט ווייט פונעם ארט פון ערשטן אויפרייס.

דער סאמאליער פרעזידענט אבדולאהי פארמאזשו האט דערקלערט דריי טעג פון נאציאנאלער טרויער אין שאטן פון די טאפלטע אויפרייסן, און טראץ וואס קיין איין טעראר גרופע האט נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט, דערווייל שרייבנדיג די שורות, זאגן באאמטע אז די על-קאידא פארבינדעטע על שאבאב גרופע, שטייט ווארשיינליך אונטער די אויפרייסן.

בילד: מאכטפולע טעראר אטאקע אין סאמאליע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל