בילד: טראמפ רעפארמירט "ערשטע פרוי" אפיס

וואשינגטאן – א באריכט האט נעכטן ארויסגעהויבן דעם פאקט אז פרעזידענט טראמפ'ס פרוי האט שטארק רעפארמירט דעם אפיס פון די "ערשטע פרוי", דורכ'ן שניידן די צאל איינגעשטעלטע און וויפיל ס'קאסט פאר די פעדעראלע רעגירונג אויפצוהאלטן. דער "פאקס ניוז" באריכט צייגט, אז אונטער אבאמא האט דער אפיס פון די "ערשטע פרוי" געהאט אזויפיל ווי זעכצן איינגעשטעלטע, און עס האט געקאסט פאר אמעריקאנער שטייערצאלער ארום 1.24 מיליאן דאלאר יערליך צו באצאלן פאר די איינגעשטעלטע. דאקעגן אונטער טראמפ איז דער אפיס געשניטן געווארן און עס פארמאגט בלויז 4 איינגעשטעלטע, קאסטנדיג בלויז 486 טויזנט דאלאר יערליך פאר די שטייערצאלער. עס ווערט ארויסגעברענגט אז דאס איז טייל פון טראמפ'ס איינהאלטונג פון זיין פארשפרעכונג צו שניידן אומנויטיגע רעגירונג שפענדערייען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל