וואשינגטאן – דער ניגעריער פארשוין וועלכער דינט א לעבנסלענגליכע טורמע אורטייל, איבער דעם וואס ער האט פרובירט אויפצורייסן א באמבע אויף אן אמעריקאנער פליגער אין דעטרויט אין דעצעמבער 09', וואס די באמבע איז געווען באהאלטן אין זיינע וועש און עס האט פארפעלט עס אויפצורייסן, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט, זאגנדיג אז זיי פארלעצן זיינע לעגאלע רעכטן. דער טעראריסט, אומאר פארוק אבדולאמוטאלאב, האט פארפעלט אויפצורייסן זיין באמבע, וויבאלד ער איז סוקסעספול אראפגעהאלטן געווארן דורך עטליכע העראאישע פאסאזשירן, און טראץ זיין דורכפאל, איז ער אנגעקלאגט געווארן מיט א סעריע טעראר קלאגעס, פאר וועלכע ער דינט לעבנסלענגליכע טורמע. אצינד קלאגט ער די טורמע באאמטע, אז זיי לאזן אים נישט קאמיוניקירן מיט דער דרויסנדיגער וועלט, וואס דערמיט פארלעצן זיין זיינע "פרייהייט פון אויסדרוק" רעכטן, און אויך לאזן זיי אים נישט אפרעכטן מוסולמענער רעליגיעזע צערעמאניעס, וואס דערמיט פארלעצן זיי זיינע רעליגיע פרייהייטן.

בילד: באקאנטער טעראריסט קלאגט פעדעראלע רעגירונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל