וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט פארשפראכן צו צאלן נאענט צו א האלבן מיליאן דאלאר פון זיין אייגענעם טאש, צו העלפן מיט די לעגאלע קאסטן פון זיינע ראטגעבער און קאמפיין איינגעשטעלטע וועלכע ווערן אויסגעפארשט אלס טייל פונעם רוסלאנד סקאנדאל. א "פאליטיקא" באריכט זאגט אז טראמפ האט אוועקגעשטעלט 430 טויזנט דאלאר פאר דעם צוועק, אבער דערווייל איז נישט קלאר די לעגאליטעטן איבער וויאזוי טראמפ וועט געבן דאס געלט, און ווייסע הויז קוועלער זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע ארבעט מיט דרויסנדיגע לויערס און די פעדעראלע עטיקס אפיס אויסצוארבעטן א וועג, אז טראמפ זאל קענען ביישטייערן דאס געלט פאר זיין קאמפיין קאסע, און אזוי זאל עס ארויסגעצאלט ווערן פאר די לעגאלע קאסטן.

בילד: טראמפ הילף פאר געפארשטע געהילפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל