ירושלים – א צוועלף יעריג יונגל איז אין שפיטאל אין ירושלים מיט ערנסטע קאפ וואונדן, נאכדעם וואס ער איז פארוואונדעט געווארן פון א געצילטער שטיין אטאקע דורך א פאלעסטינער טעראריסט. די שטיין אטאקע האט פאסירט אין חברון שבת נאכמיטאג, וואו א גרופע אידישע יונגלעך האבן זיך געשפילט נעבן א ברין, ווען אן אראבער האט דורכשפאצירט און זעענדיג די יונגלעך, האט ער אראפגעשאסן א שטיין העכער זיי. דער שטיין האט געלאנדעט אויפן קאפ פון איינעם פון די קינדער, וועלכער איז אריינגעפאלן אינעם ברין, אבער מ'האט אים באוויזן שנעל ארויסצושלעפן פון דארטן און אפגעפירט צום הדסה עין כרם שפיטאל אין ירושלים, וואו ער האט באקומען סטיטשעס און וועט אריבערגיין עטליכע טעסטס צוליב שווערע אינערליכע קאפ ווייטאג וואס ער שפירט. די ווידעא פונעם אינצידענט, וואו מ'זעט קלאר וויאזוי דער אראבער שיסט אראפ דעם שטיין, איז פובליצירט געווארן, מיט דער האפענונג צו כאפן דעם שולדיגן טעראריסט.

Image result for ISRAEL TERRORIST HEAD INJURIES 12



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל