דייטשלאנד — די וואלקס-וואגאן אויטא פירמע האט געווארנט אירע אינוועסטירער, אז זיי זאלן זיין גרייט אז זייער פינאנציעלע באריכט פונעם דריטן פערטל-יאר, וואס איז ערווארטעט ארויסצוקומען אין עטליכע וואכן ארום, וועט צייגן ערנסטע פארלוסטן פאר דער פירמע. די פירמע איז נאך אלץ פארוויקלט אינעם מאסיוון סקאנדאל וועלכע האט אויסגעבראכן מיט צוויי יאר צוריק, ווען עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די פירמע האט אינסטאלירט פאלשע טיילן אין די אויטא, וואס האט געצייגט אז אירע אויטאס פארנוצן ווייניגער גאזאלין פער מייל ווי עס פארנוצט עכט, וועלנדיג צופרידנשטעלן די אמעריקאנער און אייראפעאישע אינספעקטארס. וואלקסוואגאן איז שוין זינט דאן אויסגעשטאנען פילע אנקלאגעס און שליכטונגען מיט דער אמעריקאנער רעגירונג, און עס האט ביז אהער שוין אפגעקאסט פאר דער פירמע ארום 27 ביליאן דאלאר דער גאנצער סקאנדאל, סיי צו פאררעכטן די אלע אויטאס מיט די פאלשע מיטערס און סיי צו באצאלן שטראף געלטער, און יעצט זאגט די פירמע אז דאס ערזעצן די פאלשע מיטערס מיט די נייע, שטעלט זיך ארויס צו קאסטן פיל מער געלט ווי ערווארטעט, א סך הכל פון 3 ביליאן דאלאר, וואס באדייט אז דער גאנצער סקאנדאל האט אפגעקאסט 30 ביליאן דאלאר.

בילד: וואלקסוואגאן ווארנט אינווענסטירער איבער פארלוסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל