לאס אנדזשעלעס – א שפיטאל אין סאן דיעגא, קאליפארניע האט געמאלדן א נייעם פראיעקט וועלכע צילט אויפצולעבן די געמיטער פון קליינע קינדער וועלכע דארפן דורכגיין אן אפעראציע, דורכ'ן ערלויבן די קינדער אליינס צו דרייוון א קאר צום אפעראציע צימער. די "ראדי טשילדרענס" שפיטאל האט ארויסגעשטעלט עטליכע קליינע עלעקטראנישע קארס, וואס אנשטאט צו דארפן גיין פונעם ווארט-זאל צום אפעראציע צימער אויף א ראד-שטוהל אדער סתם גיין צופיס, וועלן די קינדער זיך קענען אריינזעצן דערין און אזוי פארן צום אפעראציע צימער. די קארס ווערן אבער נישט אליינס קאנטראלירט דורך די קינדער, ווייל ווי פארשטענדליך וועט דאס אנמאכן א כאאס און אן ערנסטע זיכערהייט געפאר אין די שפיטאל קארידארן, נאר די קראנקן-שוועסטער וועלכע באגלייטן דאס קינד צו דער אפעראציע, קאנטראלירן עס דורך א ספעציעלן רעמאוט. די שפיטאל זאגט אז אויסער וואס דאס העלפט ארויפלייגן א שמייכל אויף די קינדער'ס געזיכטער בעפאר דער אפעראציע, העלפט עס אויך אז די אפעראציעס זאלן דורכגיין שנעלער און בעסער, ווייל אז דער מענטש איז רואיג, איז דער קערפער רואיג, און ס'איז גרינגער פאר'ן דאקטער צו אפערירן.

בילד: די קינדער "דרייוון" אליינס צום אפעראציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל