א מאסן שיסעריי אין לאס וועגאס האט איבערגעלאזט איבער 50 טויטע און איבער 400 פארוואונדעטע, נאכדעם וואס א ארטיגע איינוואוינער דער 64 יעריגער סטיבען פעדקאק האט געעפנט פייער מיט זיין אויטאמאטישע ביקס אויף די באטייליגטע ביי א ארטיגע קאנצערט וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן אלס טייל פון א מוזיקאלישע פעסטיוואל. ער האט געשאסן פון זיין פענסטער אין די 32סטע שטאק אינעם האטעל אויף די קאנצערט וואס איז פארגעקומען אונטערן פרייען הימעל דערנעבן. ביי די קאנצערט האבן זיך באטייליגט איבער 22,000 מענטשן.

ווען די פאליציי אפיצירן האבן געשטורעמט זיין צימער האבן זיי אים געפונען טויט, און עס איז געפונען געווארן א צאל וואפן אין זיין שטוב, דער לאקאלער שעריף האט עס באצייכנט ווי א ״איינזאמער וואלף״ אטאקע און געזאגט אז דער שיסער האט געארבעט אויף די אייגענע האנט, און דערווייל איז אומקלאר וואס זיינע מאטיווען זענען געווען.

די אטאקע האט אויפגעשטורעמט אמעריקע, און ספעציעל די שטאט לאס וועגאס, די הויפטשטאט פון שוואוילטאג און פארוויילונג. אנוועזנדע האבן געשילדערט די טראומאטישע און שוידערליכע סצענע ווען טויזנטער מענטשן זענען געלאפן פאר זייערע לעבנס, און די פאניק און כאאס האט געברענגט צו הונדערטער פארוואונדעטע בלויז פון די שטופעריי און פאניק.

עס איז באצייכנט געווארן אלס די סאמע טויטליכסטע שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע. א ״טיטל״ וואס איז ביז יעצט געהאלטן געווארן דורך די טויטליכע שיסעריי אין א פארוויילונג ארט אין ארלאנדא פלארידע מיט א יאר צוריק.

נעוואדע האט גאר לויזע גאן קאנטראל געזעצן, א זאך וואס האט ערמעגליכט פאר דעם מערדער צו האלטן א זאפאס פון שעדליכע וואפן, און די אינצידענט וועקט פון פריש אויף די דעבאטע ארום גאן קאנטראל, און די וועלכע פארלאנגען שטרענגערע גאן קאנטראל צייגן אן אז אמעריקע האט מער ציווילע גאן פאטאליטעטן ווי די גאנצע מאדערנע וועלט צוזאם, בלויז אין די ערשטע 9 מאנאטן פון דאס  יאר אליין זענען שוין פארגעקומען ארום 50,000 גאן געוואלדטאטן מיט איבער 11,500 טויטע און צענדלגיע טויזנטער פארוואונדעטע.

דער פרעזידענט האט עס באצייכנט אלס א אקט פון לויטער שלעכטס, און אויסגעלויבט די רעטונג אגענטן און די פאליציי אפיצירן, און פאראדענט אלע פענער אין פעדעראלע געביידעס צו ווערן גענידערט צו א האלבע הייעך, ער האט אויך פארשפראכן צו באזוכן דעם מיטוואך אין נעוואדע און זיך טרעפן מיט די באטראפענע.

אייסיס האט פרובירט צו נעמען קרעדיט פאר די אטאקע און געזאגט אז דער מערדער האט זיך געטויפט צו איסלאם לעצטנס און האט אויסגעפירט די אטאקע אין זייער נאמען, אבער די עף-בי-איי הויפט האט געזאגט אז עס איז נישט דא קיין שום באווייזן דאס צו אונטערשטיצן און די אויטאריטעטן זענען דערווייל נישט באקאנט איבער זיינע מאטיוון.

בילד: טויטליכסטע שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע: 55 טויטע און הונדערטער פארוואונדעטע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל