די ״וואשינגטאן פאוסט״ דעקט אויף אז מיט א יאר צוריק האבן אמעריקאנער אויטאריטעטן אויפגעדעקט אין די לעצטע מינוט א וואפן ליפערונג וועלכע עגיפטן האט באשטעלט פון נארט קארעא, און דערמיט געבראכן די אינטערנאציאנאלע סאנקציעס אויף דעם רעזשים, די ליפערונג איז געווען אויף ארום 30,000 גראנאטן און איז אנדעקט געווארן ווען זי איז אנעקומען אין א שיף פון נארט קארעא קיין עגיפטן, לויט די באריכט איז די אפמאך געשטאנען אונטער דעם וואס די אדמינסטראציע האט געפרוירן די פינאנציעלע הילף וואס וואשינגטאן דערלאנגט פאר עגיפטן אין די ווערט פון ארום 300 מיליאן דאלער יערליך. די רעגירונג פון עגיפטן האט באשטעטיגט דעם באריכט אבער זי ווידערהאלט אז די באשטעלונג האט נישט פארלעצט די אינטערנאציאנאלע סאנקציעס, טראצדעם וואס די פעלקער פאראיין טוט עס באצייכענען אלס די ארגסטע פארלעצונג פון די אינטערנאציאנאלע סאנקציעס. די וואפן וועלכע ווערן פראדוצירט אין נארט קארעא זענען געאייגענט פאר די פארעלטערטע מיליטערישע קאנאנען וואס עגיפטן האט נאך פון די סאוויעטישע ארמיי.

בילד: עגיפטן האט באשטעלט וואפן פון נארט קארעא טראץ סאנקציעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל