נאך ארום א וואך וואס די פאליטישע וועלט האט געשטורעמט ארום די באנוץ פון פריוואטע פליגערס אויפ׳ן חשבון פון שטייער צאלער, האט זיך דער געזונטהייט סעקערטאר פון די טראמפ אדמינסטראציע אפגעזאגט פון זיין אמט דעם שבת. פרייס איז באשולדיגט געווארן אין פארשווענדן שטייערצאלער געלט, און ארומרייזן מיט פריוואטע פליגערס איבער׳ן לאנד, אפילו ווען ער וואלט געקענט פארן מיט געהעריגע פליגערס. אזוי אויך האבן די רייזעס אריינגענומען - טיילמאל - אויך פריוואטע פונקציעס. עס ווערט געשאצט צו האבן געקאסט ארום א האלב מיליאן דאלער פאר די שטייערצאלער.

די שטורעם האט אנגעהאלטן, אויך נאכדעם וואס פרייס האט זיך אנגעטראגן צוריקצוצאלן א טייל פון די קאסטן פון זיין טאש. פרעזידענט טראמפ האט עפנטליך געצייגט אז ער איז אומצופרידן מיט דאס געפירעכץ, און ווען ער איז געפרעגט געווארן אויב ער וועט אים אפזאגן, האט ער געענטפערט אז ״מען וועט זעהן״. דער פרעזידענט האט פארשטאנען אז דאס ווערט אויפגענומען גאר שלעכט ביי זיין באזע, וועלכע ווילן אז ער זאל עלימינירן די סארט הפקרות פון שטייערצאלער געלטער וואס הערשט אין וואשינגטאן. דאס קומט נאכדעם וואס דער פרעזידענט איז אזוי אויך נישט געווען איבריג צופרידן פון דעם סעקערטאר׳ס ארבייט, מיט טרעפן א לעזונג צו די פראבלעמען פון אבאמא קעיר.

בילד: טאם פרייס רעזיגנירט צוליב סקאנדאל ארום באנוץ פון פריוואטע פליגער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל