הומאניטארע ארגאניזאציע און לאקאלע אויטאריטעטן ווארענען אז די קריזיס אין פארטא ריקא איז אומדערטרעגליך, און עס קען זיך ענדיגן מיט הונדערטער פאטאליטעטן, דערווייל זענען נאך מיליאנען ארטיגע איינוואוינער אויסגעשטאלטערט פון עלעקטעריציטעט און עס הערשט א מאנגל אין זויבערע וואסער, די מעיאר פון די הויפטשטאט סאן חוען קארמען יולין קרוז האט זיך באקלאגט אז די פעדעראלע רעגירונג טוט נישט גענונג צו העלפן די אמעריקאנער בירגער וועלכע גייען אריבער א שוידערליכע הומאניטארע קריזיס.

דער פרעזידענט פון אמעריקע איז געווארן ״באליידיגט״ פון די לאקאלע מעיאר וועלכע שרייט פאר הילף און האט געעפנט א קאנטער אטאקע קעגן די מעיאר און קעגן די אויטאריטעטן פון פארטא ריקא, שרייבנדיג אז די ארטיגע אויטאריטעטען טוען נישט גענוג ״זיי ווילן אלעס זאל געטון ווערן פאר זיי״ און באשולדיגט די ארטיגע מעיאר מיט ״שוואכע פירערשאפט״ און אז זי ארבייט מיט די דעמאקראטן צו שאפן ״פעיק ניוז״ איבער אים. און אין די זעלבע נישט אויפגעהערט זיך צו בארימען ווי ״געלונגען״ און ״מעכטיג״ זיין פירערשאפט איז און ווי גוט די פעדעראלע רעאקציע איז געווען צו די קאטעסטראפע.

שרייבנדיג די שורות איז נאך אלס די סיטואציע גאר כאאטיש אין פארטא ריקא און געוויסע שאצונגען זאגן אז די צאל טויטע פון די שוידערליכע נאכווייען פון האריקעין מאריא קען אנקומען צו די פילע הונדערטער וויבאלד די שפיטעלער און אלע איינריכטונגען ארבייטן נישט ווי געהעריג, און עס הערשט א שרעקליכע מאנגל אין וואסער און אין גאזאלין. און די ארטיגע איינוואוינער באקלאגן זיך אז טראץ וואס זיי זענען אמעריקאנער בירגער טוט די הילף אנקומען גאר שטייט און איז צו ווייניג אין פארגלייך מיט די שרעקליכע קריזיס.

טוויט: פרעזידענט טראמפ אטאקירט פארטא ריקאנער באאמטע אין ברען פונעם קריזיס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל