טויזנטער ניו יארקער האבן זיך איינגעקוקט נעכטן זונטאג אינדערפרי מיט פארגעניגען צו דעם ספעקטעקאל, ווען די אלטע קאסקיאסקא בריק איז געווארן איינגעווארפן אין א קאנטראלירטע אויפרייס. די אויפרייס איז פארגעקומען ארום 8 אזייגער אינדערפרי, ווען הונדערטער דינאמיט אפאראטן וועלכע זענען געווען צוגעטשעפעט צום בריק זענען אקטיוויזירט געווארן, און אין עטליכע סעקונדעס צונישט געמאכט דעם 78 יעריגן סטרוקטור, וועלכע ווערט ערזעצט מיט די נייע מאדערנע בריק, וועלכע איז געעפנט געווארן אין אפריל.

דער גאווערנער האט באגריסט די אנטוויקלונג, און אנגעוויזן אז דאס איז א טייל פון זיין ברייטערע וויזיע פון איבערמאכן די אינפרוסטרוקטור פון ניו יארק, און נעמט אריין - צווישן אנדערע - דאס איבערבוי פון די קענעדי און לע-גווארדיע לופטפעלדער, די נייע פען סטאנציע און נאך.

בילד: ניו יארקער איינוואוינער קוקן צו ווי די ״קאסקיאסקא בריק״ ווערט עקספלאדירט


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל