מעיאר ביל דעבלאזיא האט מיט עטליכע וואכן צוריק אנאנסירט א נייע שטאטישע איניציאטיוו, וואס וועט צושטעלן מיטאג פאר ארום 30,000 קינדער פון פאמיליעס וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן. די פראגראם נעמט אריין פאבליק סקולס און אויך פריוואטע שולעס, אבער די עסן וועלכע די סיטי שטעלט צו זענען נישט כשר, א זאך וואס מאכט עס אוממעגליך פאר אידישע שולעס צו אנטייל נעמען אין דעם פראגראם.

די ״ארטאדאקסישע פאראיין״, באקאנט אלס די או.יו. (OU), האט ארויסגעלייגט א שארפע סטעיטמענט אין וועלכע זיי זאגן אז די פראגראם דיסקרימינירט קעגן אידישע תלמידים פון די ישיבות און חדרים. ענליכע טענות האט מען אויך געהערט פון מוסלעמענער גרופעס, וועלכע זאגן אז די עסן קען אויך נישט גענוצט ווערן דורך מוסלעמענער קינדער. די סיטי האל האט דערווייל נישט רעאגירט צו די קריטיק.

בילד: אלאן פייגין פון די או-יו

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל