ניו יארק – ניו דזשערסיער און ניו יארקער אויטאריטעטן האבן געזאגט אז מאטאריסטן זאלן אין לויף פון די וואך זען אויסצומיידן דעם "האלאנד טונעל" און זאלן אנשטאט נוצן פובליק טראנזיט אפציעס, צוליב וואס עס קומען פאר מאסיווע רענאוואציעס נאכדעם וואס א פייער האט אויסגעבראכן אויף א "רעמפ" ביים טונעל אין דזשערסי סיטי. דריי מערב-ריכטונג ליניעס פונעם "רוט 139" רעמפ ביים האלאנד טונעל זענען דערווייל נאך נעכטן געווען פארשפארט, צוויי טעג נאכדעם וואס ס'האט געברענט א פייער אונטער'ן רעמפ, וואס די אויטאריטעטן און אינדזשענירן פון די "פארט אויטאריטי" זאגן אז דאס פייער האט אפגעשוואכט דעם סטרוקטור פונעם רעמפ און עס איז א געפאר צו לאזן קארס פארן דערויף. די פארט אויטאריטי זאגט אז זיי וועלן צולייגן מער באנען אויף די רוטס אינעם ראיאן, זיך צו קענען אן עצה געבן מיט'ן איבריגן פלייץ פאסאזשירן וועלכע וועלן נוצן באנען אנשטאט פארן מיט די קארס.

בילד: נישט נוצן האלאנד טונעל דערווייל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל