וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געלאזט הערן אז ער האלט אז עס איז א שאד צו פרובירן דיפלאמאטיע און געשפרעכן מיט צפון קארעא. טראמפ'ס ווערטער זענען געקומען אלס א דירעקטע רעאקציע צו וואס סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן האט געזאגט שבת, ביי א באזוך אין כינע, אז אמעריקע איז אין דירעקטער פארבינדונג מיט צפון קארעא, דורך דריי באזונדערע קאמיוניקאציע קאנאלן, צו זען צי דער ארטיגער רעזשים איז גרייט פאר געשפרעכן. "איך האב געזאגט פאר רעקס טילערסאן, אונזער וואונדערבארער סעקרעטערי אוו סטעיט, אז ער גיט סתם אויס זיין צייט צו פרובירן צו פירן געשפרעכן מיט'ן קליינעם ראקעט-מאן (טראמפ'ס צונאמען פאר קים יאנג אן)", האט טראמפ געשריבן, צולייגנדיג נאכדעם "שפאר דיין ענערגיע, רעקס. מיר וועלן טאן וואס ס'דארף געטאן ווערן". טראמפ'ס ווערטער זענען אנגענומען געווארן ווי אן אנדייטונג אז ער איז גרייט פאר א מיליטערישע קאנפראנטאציע און אויך אז ער רעספעקטירט נישט די פרואוון וואס טילערסאן מאכט צו שליכטן דעם קאנפליקט אויף א דיפלאמאטישן פארנעם.

בילד: טראמפ זאגט, דיפלאמאטיע א שאד מיט צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל