וואשינגטאן – היינט מאנטאג וועט זיך אנהייבן די לאנג-ערווארטעטע פראצעס אויף אכמעד אבו קאטאלא, דער איסלאמישער טעראריסט וועלכער איז אנגעקלאגט געווארן מיט 18 הארבע קלאגעס און ווערט באטראכט אלס דער מייסטער-קאפ און אנפירער פון דער ברוטאלער טעראר אטאקע אויף דעם אמעריקאנער קאנסולאט אין בענגאזי אום סעפטעמבער 11 יאר 12', וואו אמבאסאדאר קריס סטיווענס און 3 אנדערע אמעריקאנער זענען אומגעקומען – אין א טעראר אטאקע וועלכע איז געווארן שטארק פאליטיזירט אין די נאכפאלגענדע יארן. אבו קאטאלא איז געכאפט געווארן ביי א געוואגטער מיליטערישע אפעראציע אין יאר 14', וואו א גרופע נעווי סיעלס, אין באגלייטונג פון איין עף-בי-איי אגענט האבן אים געכאפט אין זיין באהעלטעניש נישט ווייט פון בענגאזי, און ער איז געפירט געווארן צו דער "יו-עס-עס ניו יארק" שיף וועלכע האט געווארט אין וואסער אינדרויסן פון ליביע. דער פראצעס אויף אבו קאטאלא ווערט שטארק נאכגעקוקט, וויבאלד עס איז פון די סאמע געציילטע פעלער וואו הויכראנגיקע טעראריסטן ווערן פראצעסירט אין געהעריגע ציווילע אמעריקאנער געריכט, און דער עף-בי-איי אגענט וועלכער איז געווען אנוועזנד ביי דער אפעראציע, וועט זיין א הויפט עדות ביים פראצעס.

בילד: פראצעס אויף בענגאזי אטאקע פירער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל