וואשינגטאן – דער העכסטער סופרים קאורט אין לאנד, וועט היינט זיך צוזאמזעצן פאר א פרישן טערמין, וואס וועט זיין די סאמע ערשטע פולע סופרים קאורט טערמין זינט פרעזידענט טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן, און אויך די ערשטע פולע טערמין פאר'ן נייעם ריכטער ניעל גורסאטש, וואס מען ערווארט אז אסאך מידיא דעקונג וועט זיין איבער זיינע קאמענטארן און באשלוסן ביי וויכטיגע אורטיילן, וויבאלד יעצט איז דער געריכט באלאנצירט צו דער קאנסערוואטיווער זייט, מיט 5 קאנסערוואטיווע ריכטער און 4 ליבעראל-גענויגטע ריכטער. טראמפ'ס קאנטראווערסיאלע "טראוועל פארבאט" איז דערווייל נישט ערווארטעט אויפצוקומען, וויבאלד ער האט אונטערגעשריבן א נייע ווערסיע וועלכע וועט זיין פיל שווערער צו באקעמפן אין געריכט, אבער אנדערע הויך-פראפיל קעיסעס נעמען אריין דאס צי די רעגירונג קען צווינגען א ביזנעסמאן אדער געשעפט-אייגנטימער צו פארלעצן זיינע רעליגיעזע ווירדן אין פאל וואס א ספעציפישע קאסטומער פארלאנג גייט קעגן די ווירדן, אדער האט דער ביזנעסמאן רעכט אפצוזאגן דעם קאסטומער צוליב וואס ער וויל נישט טאן עפעס קעגן זיין רעליגיע. אויך וועט דאס געריכט אורטיילן איבער קאנגרעס רידיסטריקטינג.

בילד: סופרים קאורט אין פרישן טערמין


בילד: די נייעם ריכטער ניעל גורסאטש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל