נעכטן האבן די קורדישע פירער אפעלירט צו די איראקער צענטראלע רעגירונג צו אפשטעלן אירע מיליטערישע אקציעס קעגן די קורדישע מינאריטעט, און האבן פארשפראכן צו אראפלייגן די געווער און פארהאנדלן מיט באגדאד, און האבן אויך דערקלערט אז די רעפערענדום וואס זיי האבן אפגעהאלטן דעם מאנאט איז דערווייל אויף אפהאלט און זיי וועלן נישט זוכן קיין זעלבסשטענדיגקייט אין די נאנטע צוקונפט.

דער איראקער רעגירונג האט זיך אנזאגט צו אננעמען דעם אנבאט און איז ווייטער אנגעגאנגען היינט מיט מיליטערישע אקציעס צו איבערנעמען קענטראל פון קורדישע שטעט און דערפער, זאגנדיג אז דאס אפשטעלן צייטווייליג די זעלבסשטענדיגקייט פראצעדור איז נישט גענוג און זיי פארלאנגען אז זיי זאלן אפיציעלע אנולירן די אויסגאנג פון דעם רעפערענדום און דערקלערן אז זיי בלייבן א טייל פון איראק.

די צושטאנד פון די קורדן האט זיך פילפאכיג פארארגערט זינט די רעפערענדום ווען איראן און טערקיי האבן זיך צוגעשטעלט צו די צענטראלע איראקער רעגירונג און ארויפגעלייגט א עמבארגא און בלאקאדע אויף די קורדן, און דאן זענען די איראקער קרעפטן אריין אין די שטעט און דערפער צו פארטרייבן די פאשמארגא קעמפער וואס האבן געהאלטן קאנטראל אין די קורדישע אויטאנאמיע, אויך אמעריקע וואס איז געווען נאנט אליאירט מיט די קורדן האט זיך אוועקגעדרייט דעם קאפ און אנטזאגט זיך צו שטיצן די קורדן נאכדעם וואס זיי האבן נישט געפאלגט וואשינגטאן וועלכע האט געבעטן פון זיי צו אפשטופן דעם רעפערענדום.

בילד: איראק ווארפט אפ פייער אפשטעל אנבאט פון די קורדן, נעמט אונטער פרישע מיליטערישע אקציעס 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל