גאווערנער קאומא האט נעכטן געזאגט אז אויף די פארלאנגט פון לאקאלע באאמטע וועט די סטעיט פינאנצירן א גרונטליכע שטודיע צו אריינקוקן אין די מעגליכקייט אז איינוואוינער פון סטעטן איילענד זענען מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון קענסער, נאכדעם וואס פארשידענע סטאטיסטיקס צייגן אז די ראטע איז דארט העכער ווי די נארמאלע דורכשניט און איז די העכסטע אין ניו יארק סיטי.  איינוואוינער פון סטעטן איילענד מאכן אויס ארום 7.16 פערצענט פון קענסער ליידנדע אין די צייט וואס זיי מאכן אויס בלויז 5.5 פערצענט פון ניו יארקער איינוואוינער. און ענוויירמענטאלע גרופעס לייגן אן די אורזאך דערפון אויף די פרעש-קילס לענדפיל וועלכע געפונט זיך דארט און עס געט ארויס שעדליכע גאזן וועלכע האבן א גיפטיגע עפעקט.  די שריט פון גאווערנער קאומא איז געקומען אויך צו דערלאנגען א פאליטישע פליק פאר זיין פיינט מעיאר די-בלאזיא וועלכער האט עטליכע מאל איגנרארירט די רוף פון לאקאלע באאמטע אין סטעטן איילענד צו טון עפעס דערוועגן, און האט בלאקירט א גרענט פון ארום א האלב מיליאן דאלער פאר דעם צוועק.

בילד: גאווערנער פארשפרעכט גרונטליכע שטודיע איבער הויכע ראטע פון קענסער אין סטעטן איילענד

בילד: גאווערנער פארשפרעכט גרונטליכע שטודיע איבער הויכע ראטע פון קענסער אין סטעטן איילענד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל