11 רעפובליקאנער פארשטייער פון ניו יארק און ניו דשערזי האבן געשטימט קעגן זייער פארטיי ליניע ביי א אפשטימונג וואס איז היינט דורכגעפירט געווארן אין קאנגרעס איבער שטייער רעפארם און א געפלאנטע שטייער שניט פון 1.5 טריליאן דאלער. א וואך נאכדעם וואס די זעלבע בודשעט בלופרינט איז דורכגעגאנגען אין סענאט, די רעפובליקאנער מאיאריטעט האבן עס דורכגעפירט מיט א שמאלע מערהייט פון 216 קעגן 212 קעגנער צווישן וועלכע עס האבן זיך געציילט די מערהייט פון די רעפובליקאנער פארשטייער פון ניו יארק.

די פארשטייער זאגן אז וויבאלד די נייע שטייער פלענער פלאנען צו אנפולן דעם דעפעציט דורך אוועקנעמען אלע שטייער דעדוקציעס וועט דאס שטארק שאטן פאר ניו יארקער, וויבאלד ניו יארק האט גאר הויכע סטעיט שטייערן, און ביז יעצט האט זיך די פעדעראלע רעגירונג גערעכנט דערמיט און אראפגערעכנט פעדעראלע שטייערן און די פארשטייער פון ניו יארק זאגן אז דערווייל האבן זיי נישט באקומען קיין פארשפרעכונג אז אונטער די נייע רעפארמען וועט מען האלטן די יעצטיגע דעדוקציעס.

בילד: רעפובליקאנער פון ניו יארק: טראמפ׳ס שטייער פלאן וועט שאדן מאכן פאר ניו יארקער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל