די יד ושם אלוועטליכע צענטער צו פאראייביגן דעם שואה האט אפגעצייכנט א מיילשטיין אין א פארצווייגטע און קאמפליצירטע פראיעקט פון פאראייביגן די נעמען פון אלע וואס זענען אומגעקומען דורך די נאצישע רשעים ביים ביטערן חורבן. שוין איבער צען יאר וואס יד ושם האט געבעטן דאס הילף פונעם ברייטן ציבור צו אויספולן דאקומענטן מיט נעמען פון זייערע פאמיליע מיטגלידער און באקאנטע וואס זענען אוועק אין קריג, און דאן האבן א שטאב פון אויספארשער דורכגעזיפט די אינפארמאציע און באשטעטיגט יעדע נאמען, און דערווייל זענען זיי אנגעקומען צו 225,000 נעמען פון קרבנות, און פון א גרויס טייל פון זיי האבן זיי אויך בילדער אדער דאקומענטן.

״פילע פאמיליע מיטגלידער וועלכע האבן פארלוירן קרובים און האבן נישט געוויסט ביז יעצט קיין דעטאלן, האבן זיך הערשט יעצט דערוויסט ווען און וואו זייערע קרובים זענען אומגקומען א דאנק דעם פראיעקט״ זאגט א ווארטזאגערין פאר יד ושם. און זאגט אז דאס איז די מערסט פארצווייגטע און קאסטבארע פראיעקט וואס די אינסטיטוציע האט אונטערגענומען סיי ווען, א שטאב פון צענליגע פארשער האבן גענישטערט אין די ארכיוון אין אונגארן, אוקראינע און ראמעניע צו דערווישן דאקומענטן און נעמען.

ביז צען יאר צוריק האבן היסטאריקער געהאט די גענויע נעמען און אינפארמאציע פון ארום 40% פון די אונגארישע קרבנות, א דאנק די איבערמידליכע ארבייט פונעם שואה פארשער און איבערלעבער סערדשעי קלארספעלד, און אין לויף פון די לעצטע צען יאר האט יד ושם צוגעלייגט נאך 225,000 נעמען צו דעם ליסטע און אצינד זענען נאנט צו 600,000 פון די 800 טויזנט קרבנות דאקומענטירט מיט זייערע נעמען און אינפארמציע. אלעס אינאיינעם פארמאגט שוין יד ושם א דאטאבאזע פון איבער 4,700,000 נעמען פון קרבנות.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל