נאכ׳ן קומען אונטער קריטיק אין די לעצטע טעג פאר די שטייטע רעאקציע און פאר זיינע קריטיק קעגן קעגן ארטיגע אויטאריטעטן, האט דער פרעזידענט היינט אפגעשטאט זיין ערשטע באזוך אויפ׳ן אינזל, ווי ער האט זיך געטראפן מיט לאקאלע באאמטע און אבזערווירט פון די נאנט די רעטונגס באמיאונגען דורך די אמעריקאנער טרופן און הילפס וואלונטירן וועלכע ווערן ארגאניזירט דורך די פימ״א אגענטור פון די פעדעראלע רעגירונג. ביים זיך טרעפן מיט די באאמטע אויפ׳ן אינזל האט ער געזאגט אז זיי קענען זיין ״שטאלץ״ אז עס זענען נישט געשטארבן טויזנטער אזוי ווי ביי קאטרינע, אנדייטענדיג אז זיין רעאקציע איז געווען בעסער ווי דאס וואס זיין פארגייער פרעזידענט בוש ביי האריקעין קאטרינע.

דורכאויס די גאנצע צייט פונעם באזוך האט דער פרעזידענט זיך נאכאנאנד אויסגערימט אויף די ״געוואלדיגע ארבייט״ וואס ער און זיין אדמינסטראציע לייגן אריין אין די הילפס באמיאונגען, און דערמיט געזוכט אפציווארפן די קריטיק וועלכע מען האט געהערט פון עטליכע לאקאלע באאמטע איבער די שטייטע רעאקציע פון די פעדעראלע רעגירונג. א מאדנע מאמענט איז געווען ווען דער פרעזידענט האט זיך בארימט אז דערווייל איז דא ״בלויז״ 17 טויטע, א גאר אומסענסיטיווע קאמענטאר ווען עס האנדלט זיך פון 17 אומגעקומענע און 17 פאמיליעס וואס טרויערן זייערע באליבטע.

בילד: פרעזידענט טראמפ שטאט אפ א באזוך אין האריקעין געפלאגטע פארטא ריקא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל