די קאמפ צווישן די צוויי ריטעיל ריזן, עמעזאן און וואל מארט ברענגט די צוויי צו ארבייטן אויף אלע פראנטן, עמעזאן פרובירט צו אריינשטעקן א פוס אין די פיזישע געשעפטן אינדוסטרי דורך אפקויפן האל פודס, און וואל מארט פרובירט צו אויסברייטערן איר אנליין קליענטור דורך אפקויפן פארשידענע אנליין פארקויף פלאטפארמעס, אריינגערעכנט די אנליין גראסערי דשעט. נעכטן האט וואל מארט געמאלדן איר לעצטע שריט צו פארבעסערן די סערוויס פון בו ביום דעליווערי דורך אפקויפן א פארהעלטנסמעסיגע קליינע פירמע אין ברוקלין ״פארסעל״ א פירמע וועלכע ספעציאליזירט זיך אין ליפערן געשיקט פאר אירע קליענטן גראסערי פראדוקטן. וואלמארט האט נישט קלאר געמאכט וויפיל זי האט באצאלט פאר דעם איינקויף. אבער דאס וועט איר געבן צום ערשטן מאל א פיזישע באזע אין ברוקלין אין די וועירהויז פון פארסעל וואס וועט אצינד דינען פאר וואל מארט.

בילד: וואל מארט קויפט אפ ברוקלינער פירמע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל