דאס העכסטע געריכט האט אנגענומען א אנקלאגע פון א גרופע פאליטישע גרופעס און אקטיוויסטן קעגן די יעצטיגע איינפיר פון איינטיילן דיסטריקטס לויט די אינטערעסן פון די פארטיי וועלכע איז ביי די מאכט, פראקטיצירונג וועלכע שענקט שטארקע מאכטן פאר די אמטינרנדע באהערדע וויבאלד זיי קענען מאניפולירן די גרעניצן פון די דיסטריקטס אזוי אז זייער פארטיי זאל האבן א מאיאריטעט אין די רעגירונג אפילו זיי ווערן געשטיצט דורך א מינאריטעט פון די וויילער, דאס ווערט געטון דורך שניידן קונצליך די דיסטריקטס צו אריינשטופן ווי מער וויילער פון די קעגנערישע פארטיי אין איין דיסטריקט.

פאליטישע אנאליסטן זענען געשטאנען אנגעשפיצט ביי די פארהערן צו פרובירן צו פארשטיין פון די פראגעס וואס די ריכטער שטעלן פאר ביידע זייטן צו וועלכע ריכטונג די ווינט בלאזט און וואס עס איז די שטעלונג פון די ריכטער, ספעציעל פון הויפט ריכטער אנטאני קענעדי וועלכע קען זיי א דעצעדירנדע שטימע וויבאלד ער איז א קאנסערוואטיווער וועלכער האט אפט געשטימט מיט ליבעראלן אויף אזעלכע אנלעגנהייטן, ריכטער קענעדי האט געשטעלט שארפע פראגעס פאר ביידע זייטן און עס איז אומקלאר זיין שטעלונג. ריכטערין רות גינבערג וועלכע איז ערווארטעט צו שטימען קעגן דשערי-מענדערינג, האט געזאגט אז די קעיס איז די סאמע וויכטיגסטע וואס די געריכט באהאנדעלט אין דעם געריכטליכע סעסיע.

בילד: העכסטע געריכט הערט אויס דשערי-מענדערינג קעיס



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל