די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט געמאלדן פאר 15 קובאנער דיפלאמאטן וועלכע ארבייטן אין וואשינגטאן אז זיי האבן איין וואך זיך צו פאקן פעקלעך און זיך אפטראגן צוריק קיין קובא, דאס קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס אמעריקע האט צוריקגערופן די מערהייט פון אירע דיפלאמאטן פון האוואנע אין ליכט פון מיסטיריעזע געזונהייט פראבלעמען וועלכע האבן זיך געמאכט ביי די ארבייטער אין די דארטיגע אמעריקאנער אמבאסאדע, א זאך וואס איז נאך איינגעהילט אין מיסטעריע און איז נישט קלאר ווער עס איז געשטאנען דערונטער.

די סטעיט דעפארטעמנט האט קלאר געמאכט אז דאס איז א שטראף פאר די דורכפאל פון די קובאנער אויטאריטעטן צו באשיצן די אמעריקאנער דיפלאמאטן אין קובא, און איז געצילט צו פארגלייכן די צאל פארשטייער צווישן די צוויי לענדער. די געשעעניש טוט צוריקדרייען די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער וועלכע האבן זיך אנגעהויבן אנווארימען און בלויז אין די לעצטע מאנאטן איז טוריזם צווישן די צוויי לענדער דראמאטיש געשטיגן, די קובאנער אויטאריטעטן זאגן אז זיי האלטן נאך אינמיטן אויספארשן וואס האט געברענגט די געזונט פראבלעמען פאר די דיפלאמאטן.

בילד: אמעריקע פארשיקט קובאנער דיפלאמאטן פון אמעריקע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל