וואשינגטאן – אזויפיל ווי 3,600 דאקומענטן ארום דעם אטענטאט אויף פרעזידענט דזשאן עף קענעדי, וואס ווערן געהאלטן אין געהיים דורך דער אמעריקאנער רעגירונג, וועלן פובליצירט ווערן פאר'ן פובליק, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאכט א באשלוס אפצושטעלן די ביז יעצטיגע בלאקאדע וואס פרעזידענטן האבן ארויפגעשטעלט אויף די דאקומענטן.

אין 992' האט קאנגרעס באשטעטיגט א געזעץ אז די דאקומענטן זאלן בלייבן ווייטער אין געהיים פאר נאך 25 יאר, און די וואך דאנערשטאג ענדיגט זיך די 25 יאר, וואס דאן וועט די פעדעראלע רעגירונג אויטאמאטיש מוזן ארויסגעבן די טויזנט דאקומענטן פאר'ן פובליק, און מ'דערווארט אז דאס וועט באנייען קאנספיראציעס ארום דעם קענעדי אטענטאט.

דער פרעזידענט האט די מאכט צו זאגן אז די דאקומענטן זאלן נישט ארויסגעגעבן ווערן, אבער טראמפ האט באשלאסן עס נישט צו בלאקירן, און דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט שוין א שטיקל היסטאריע מיט קאנספיראציעס ארום דעם קענעדי אטענטאט, זאגנדיג ביים קאמפיין אז דער פאטער פון זיין קעגנער טעד קרוז איז געווען א פריינט פונעם קענעדי מערדער, הארווי לי אסוואלד.

בילד: אמעריקאנער פאלק וועט זען געהיימע "קענעדי אטענטאט" דאקומענטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל