קאירא – טעראריסטן האבן דורכגעפירט א מאסיווע טויטליכע אטאקע אויף דעם עגיפטישן מיליטער, פון וועלכע 59 זעלנער און זיכערהייט אפיצירן זענען אומגעקומען. די אטאקע האט פאסירט ווען א גרופע פון צענדליגער זעלנער און אפיצירן זענען געפארן אין א קאנוואי פון אכט טרעקלעך אינעם מערב מדבר, 85 מייל ווייט פון קאירא. די גרופע זעלנער זענען אהינגעפארן נאכדעם וואס די עגיפטישע רעגירונג האט באקומען א געהיימע שפיאנאזש מעסעדזש אז טעראריסטן פארן אינעם ראיאן, און דאס מיליטער האט עס געזען פאר א געלעגנהייט צו איבערראשן די טעראריסטן און זיי איבערפאלן. למעשה זענען די טעראריסטן ארויסגעשפרונגען פון היילן און אנדערע באהעלטענישן, און געשאסן אין אלע ריכטונגען אויף די טרעקלעך, ברענגענדיג די הויכע צאל פאטאליטעטן, וויבאלד די זעלנער און אפיצירן האבן זיך קוים געקענט אריענטירן צו רעאגירן צו דער סורפרייז אטאקע. די קליינע טעראר גרופע ״האסאם״ האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער אטאקע, אבער עגיפטישע באאמטע גלייבן נישט אז די גרופע איז געשטאנען אונטער דעם.

בילד: מאסיווע אטאקע אויף עגיפטישע קרעפטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל